Friday, June 22, 2007

קאר www.tool-tool.com

Bewise Inc. www.tool-tool.com Reference source from the internet.

קאר (ענגליש) אדער אויטאמאביל.

א קאסטן ארופגעלייגט אויף 3 אדער 4 רעדלעך, קען פארן מיט'ן קראפט פון א ברענשטאף מאטאר. א קאר (פארקירצט פון קערידזש) איז דער בעסטער מיטל צו טראנספארטירן א קליינע צאל מענטשן, פון איין ארט צו דער אנדערע, שנעל.

א געווענליכער קאר ארבייט דורך א 4 זעץ ברענשטאף מאטאר (FOUR STROKE FUEL ENGINE), פון די וויכטיגסטע טיילן וואס מאכן דאס פארען זענען:

  • די מאטאר.
  • די אפקילער סיסטעם (COOLING SYSTEM).
  • די עמישאן'ס סיסטעם.
  • די אלטינעטאר.
  • די טרענסמישאן.

היינט מאכט מען שוין הייבריד קארן וואס פארן אויך אויף די קראפט פון עלעקטריק

[בעאַרבעטן] די מאטאר

די מאטאר פון א קאר ארבייט דורך דעם וואס עס איז דא א רינידיגע קעסטעל (סילינדער) ווי ברענשטאף קומט אריין וואס האט אין זיך אזא פלאנזשער (PISTON), די פיסטאן קען פארשטאפן אינגאנצן די סילינדער, אדער קען עס עפענען אינגאנצן די סילינדער.

[בעאַרבעטן] די פיר זעצעס

די ערשטע זעץ איז ווען די פיסטאן גייט אויף ארויף אזוי אז די דרוק וואס דאס מאכט באשאפט א וועקיום אין די סילינדער, צוליב דעם וואס עס איז דא א לאך אונטען פון די סילינדער וואס איז באהאפטן צו די ברענשטאף אריינשפריצער וועט די וועקיום אריינשלעפן מיט זיך ברענשטאף.

די צווייטע זעץ איז ווען די סילינדער איז אנגעפולט מיט ברנשטאף און די פיסטאן גייט אראף אזוי אז עס לייגט שטארקע דרוק אויף די סילינדער און די ברענשטאף ווערט צוזאמען געפרעסט (PRESSURIZED).

די דריטע זעץ איז ווען די פינק שטעקער (SPARK PLUG) וואס געפינט זיך אונטען פון די סילינדער גיבט ארויס א פינק, וואס דאס צינדט אהן די ברענשטאף און דורכדעם רייסט דאס אויף אזוי אז די פיסטאן פליהט ארויף מיט א געוואלדיגע קראפט.

די פערטע זעץ איז ווען די פיסטאן גייט צוריק אראפ און שטיפט ארויס אלע פארברענטע לופט פון די סילינדער, ווי אויך די איבריגע ברענשטאף אויב עס איז עפעס איבערגעבליבן, און פאנגט אהן נאכאמאל פון די ערשטע זעץ.

די דאך פון די פיסטאן איז באהאפטן צו א ראד וואס היידט די פיסטאן ראד (PISTON ROD), די ראד איז באהאפטן צו די עק פון א רעדל וואס אינמיטן די רעדל איז דא א לאנגע ראד וואס ביי די עק ראד איז דא א ציינערדיגער רעדל וואס גייט צו די טרענסמישאן וואס פון דארט דרייט דאס די רעדער פון די קאר. און אזוי קען די קאר פארן.

[בעאַרבעטן] די פליענדיגער רעדל

פון די אלע 4 זעצן גיבט נאר די דריטע די קראפט פאר די מאטאר, כדי די מאטאר זאל באלאנסירן די קראפט אזוי אז די פיסטאן זאל קענען אדורך מאכן אלע זעצעס, איז באהאפטן א פליענדיגע רעדל ביי די עק פון די ראד. די פליענדיגער רעדל איז א רעדל וואס וועגט גאנץ אסאך און וויבאלד ניוטאן לאו אוו מאשען זאגט אז איעדע זאך וויל בלייבן אין די סיטואציע וואס עס איז, און עס איז א שווערע זאך, און עס איז נישט דא וואס זאל דאס אפשטעלן פון זיך דרייען, דערפאר גיבט דאס די קראפט פאר די ראד זיך צו דרייען און אריינשטיפן און ארויפשלעפן די פיסטאן נאך דריי מאל.

[בעאַרבעטן] דאס אלעס צוזאמען שטעלן

א געווענליכער קאר וועט האבן א מאטאר פון כאטש 4 סילינדערס, דאס גיבט אסאך מער קראפט אויף איינמאל, ווען עס איז דא מער ווי איין סילינדער דאן איז דא צוויי וועגן פון אויסשטעלן די מאטאר.

  • איין וועג איז אז אלע סילינדערס ארבייטן אין די זעלבע זעץ ציילונג, אזוי אז ווען פיסטאן 1 איז יעצט ביי די צווייטע זעץ זענען אלע אנדערע פיסטאן'ס אויך ביי די צווייטע זעץ.
  • די צווייטע וועג איז אז מען ציטיילט דאס (געווענליך אין 2) אזוי אז ווען פיסטאן 1 און 3 זענען ביי די ערשטע זעץ, זענען פיסטאן 2 און 4 ביי די דריטע זעץ.

סיי וועלכע וועג מען ניצט גיבט די איבריגע סילינדערס מער קראפט פאר די קאר.

די אלע סילינדערס, ראד, און רעדער, זענען געווענליך צוזאמען געשטעלט אין א שווערע אייזערנע קעסטינג (CASTING), געמאכט פון אייזען וואס קען אויסהאלט הויכע טעמפארטור. און פין די אייזערנע קעסטינג קומט ארויס רעדער צו וואס די עיקר פאסיג איז צוגעטשעפעט וואס דרייט אסאך זאכן אין די קאר, צווישן זיי:

  • די אפקילער פען.
  • די אלטינעיטאר.
  • די דרייען קראפט פאמפ (POWER STEERING PUMP).


BW Bewise Inc. Willy Chen willy@tool-tool.com bw@tool-tool.com www.tool-tool.com skype:willy_chen_bw mobile:0937-618-190 Head &Administration Office No.13,Shiang Shang 2nd St., West Chiu Taichung,Taiwan 40356 TEL:+886 4 24710048 / FAX:+886 4 2471 4839 N.Branch 5F,No.460,Fu Shin North Rd.,Taipei,Taiwan S.Branch No.24,Sec.1,Chia Pu East Rd.,Taipao City,Chiayi Hsien,Taiwan

Welcome to BW tool world! We are an experienced tool maker specialized in cutting tools. We focus on what you need and endeavor to research the best cutter to satisfy users demand. Our customers involve wide range of industries, like mold & die, aerospace, electronic, machinery, etc. We are professional expert in cutting field. We would like to solve every problem from you. Please feel free to contact us, its our pleasure to serve for you. BW product including: cutting toolaerospace tool .HSS Cutting toolCarbide end millsCarbide cutting toolNAS Cutting toolCarbide end millAerospace cutting toolCarbide drillHigh speed steelMilling cutterCore drillTapered end millsMetric end millsMiniature end millsPilot reamerElectronics cutterStep drillMetal cutting sawDouble margin drillGun barrelAngle milling cutterCarbide burrsCarbide tipped cutterChamfering toolIC card engraving cutterSide cutterNAS toolDIN toolSpecial toolMetal slitting sawsShell end millsSide and face milling cuttersSide chip clearance sawsLong end millsStub roughing end millsDovetail milling cuttersCarbide slot drillsCarbide torus cuttersAngel carbide end millsCarbide torus cuttersCarbide ball-nosed slot drillsMould cutterTool manufacturer.

Bewise Inc. www.tool-tool.com

No comments: